Copyright ©2005
TorahOhr.org
All rights reserved

Select language:   Select category:  GO
יאהרצייט פון אור החיים הקדוש זצ"ל
Interview with Rabbi Itzchak Kin
Category: General
Language: Yiddish
Subtitles:
Not available
Yahrzeit of the Ohr Hachayim. א געשפרעך מיט הרב יצחק קלמן קיהן שליט"א וואס געדענקט אלס קינד - אין די צייט פון די צווייטע וועלט קריג, ווען דער דייטש האט זיך דערנענטערט צו ארץ ישראל האט דאַמאָלס געהערשט א גרויסע שפאנונג ביי יודן, און די צדיקים און מקובלים זענען גלייך געגאנגען מתפלל זיין ביים ציון פון אור החיים הקדוש, און דורך זייערע כוונות האבן זיי געשפירט אז עס וועט דער דייטש נישט געלונגן איינטרעטן אין ארץ ישראל. ט"ו בתמוז איז דער יאהרצייט פון אור החיים הקדוש זצ"ל דער מחבר פון דעם באקאנטען ספר אור החיים אויף די חמשה חומשי תורה. דער חיד"א שרייבט אז אלס יונגערמאן האט ער געזעהן דער הייליגען מאן און חסיד ר' חיים בן עטר "וקדושתו הפלא ופלא." ווייטער ברענגט ער אין שם הגדולים אז אין מדינת פולין איז געווארן אנגענומען דער אור החיים, מען לערענט אַ סאַך זיינע ספרים, וויבאלד דער צדיק ר' ישראל בעל שם האט געזאגט גרויסע זאכן אויף זיין נשמה. זי"ע.